
מוזיק: חתונה־זינגער, וואלפיש־לידער, אלטע אידישע לידער, ר' יוסעלע, מאצארט און בעטהאווען
הקדמה
א גוטן מאנטאג, טייערע לייענער!
דער נומער שפילט מוזיק: ניגונים פון א חתונה, לידער פון דער אלטער היים, חזנות, סימפאניעס, און אפילו א ניגון פון די וואלפישן אינמיטן ים.
„shatz matz“ פירט אונז אריין הינטער די קוליסן פון א חתונה, וואו א זינגער דארף קענען יעדן ניגון און אויסהערן די עצות פון יעדן מחותן. „יואליש“ דערציילט ווי אזוי די וואלפישן זינגען אין אקעאן. די חברים פון קאווע שטיבל זוכן די מחברים פון „אויפן פריפעטשיק“, „א יידישע מאמע“ און „בעלז“. „שטילע אינגערמאן“ האט זיך צעוויינט אין זיין קאר ביים הערן ר' יוסעלע ראזענבלאט, און „קלאסיקעל“ שטעלט מאצארט קעגן בעטהאווען.
אינעם שמועס פון דער וואך ווייזט „יואליש“ אז דער אשת חיל ניגון ביים מצוה־טאנץ איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי אונגארישע פאלקס־לידער, און אינעם הומאר־ווינקל פרעגט „לאליפאפ“: וועלכע פסוקים זענען שוין אויסגענוצט? דערצו: פערל פון די ארכיוון, „היינט מיט . . . יאר צוריק“ און די תגובה פון דער וואך.
אלע שטיקער זענען אויסגעקליבן פון די ארכיוון און מגיה געווען לויט די כללים פון אויסלייג און גראמאטיק, אן צו טוישן דאס לשון פון די שרייבער; וואו מיר האבן עפעס אויסגעלאזט, שטייט [פארקירצט]. א פרייליכן ניגון!