אויסגעקליבן פון די אידישע ארכיוון · מגיה געווען · צוויי מאל א וואך
דער דעקל
נומער 14
מאנטאג, כ"ז כסלו תשפ"ז · 7טן דעצעמבער 2026

שפילן: שאך, דריידל, קוויטלעך, פראבאביליטי, בעיסבאל, דער מאנטי האל פראבלעם און די לאטערי

26 זייטן

הקדמה

א גוטן מאנטאג און א פריילעכן חנוכה, טייערע לייענער!

היינט איז דער דריטער טאג חנוכה, און אין אסאך שטובן ליגט נאך א דריידל אויפן טיש צווישן די לאטקעס. האבן מיר געגעבן דעם נומער א טעמע וואס פאסט צו די לאנגע ווינטער־נעכט: שפילן און פארוויילונג. שאך און קארטן, דריידל און ספארט, און די חשבונות וואס באהאלטן זיך הינטער יעדן שפיל.

מיר הייבן אן מיט „microssoft“ פון זאלצוואסער, וואס האט תשעה באב געשפילט שאך מיט זיך אליין, און זיך פלוצלינג געטראפן שטיין צווישן די פויערלעך אויפן ברעטל. דערנאך לערנט אונז „פארוואס?“ די אלף־בית פון פראבאביליטי: וואס זענען די שאנסן ביים ווארפן א מטבע אדער א קוביה? און „תוהו ובוהו“ דערציילט די לאנגע געשיכטע פונעם דריידל, פון אלט־רוים ביז אונזערע חנוכה־טישן.

„חכם־לב“ נעמט אונז מיט צו א חנוכה־מסיבה מיט קוויטלעך, וואו יעדער וויל אז דער חבר זאל פארלירן, אבער נישט צו פיל. „berlbalaguleh“ ערקלערט ווי אזוי מען שפילט בעיסבאל, און דערציילט פון אידישע ספארט־שפילער וואס האבן נישט געשפילט אום יום כיפור און אום שבת.

אינמיטן נומער קריגט זיך דער עולם אויף קאווע שטיבל איבער דריי טירן, א קאר און צוויי ציגן – דער באקאנטער „מאנטי האל פראבלעם“ – און צום סוף שפילט מען עס טאקע אויס. און „שלמה המלך“ האט געוואונען די לאטערי, און ווייסט נישט וואס צו טון מיט דעם געלט. דערצו: פערל פון די ארכיוון, „היינט מיט . . . יאר צוריק“ (א ווינטער־באריכט און א חנוכה־קשיא), און די תגובה פון דער וואך.

אלע שטיקער זענען אויסגעקליבן פון די ארכיוון און מגיה געווען לויט די כללים פון אויסלייג און גראמאטיק. דער טעקסט איז געבליבן ווי די שרייבער האבן אים געשריבן, אויסער די תיקונים וואס די כללים פאדערן; וואו מיר האבן עפעס אויסגעלאזט, שטייט [פארקירצט]. א פריילעכן חנוכה, און גוט שפילן!

אינהאלט און מקורות

פעליעטאן

א לימוד איבערן שאך ברעטל

microssoft
זאלצוואסער · 24סטן אקטאבער 2012 · מקור
וויסנשאפט

פראבאביליטי: וואס זענען די שאנסן?

פארוואס?
קאווע שטיבל · 4טן מערץ 2014 · מקור
היסטאריע

דריידל, דריידל, דריידל

תוהו ובוהו און אנדערע
קאווע שטיבל · 21סטן–25סטן דעצעמבער 2022 · מקור
איבערלעבונגען

איבער חנוכה, געמישטע געפילן און קוויטלעך

חכם-לב
קאווע שטיבל · 29סטן דעצעמבער 2016 · מקור
קולטור · ספארט

ספארטס און דער אידישער מאמענט

berlbalaguleh און אנדערע
קאווע שטיבל · 23סטן–25סטן דעצעמבער 2014 · מקור
א שמועס פון דער וואך

דער מאנטי האל פראבלעם

יידל, געפילטע פיש, משה געציל און אנדערע
קאווע שטיבל · 1טן–6טן יאנואר 2013 · מקור
הומאר

איך האב געוואונען די לאטערי!

שלמה המלך און אנדערע
קאווע שטיבל · 6טן–13טן יאנואר 2016 · מקור

לייענען דא

עפנט דעם PDF