
פרנסה און געלט: ארבעט, ביזנעס, שפארן און חובות
הקדמה
„יגיע כפיך כי תאכל“ – אזוי האט געהייסן דער מאטא פון „באלעבאס“, א וועכנטליכער אידישער ביזנעס־זשורנאל וואס איז ארויסגעקומען מיט אן ערך פופצן יאר צוריק, און פון וועלכן מיר ברענגען היינט צום ערשטן מאל עטליכע שטיקלעך. דער נומער איז געווידמעט א טעמע וואס בארירט יעדן איינעם: פרנסה. ווי מען מאכט א לעבן, ווי מען שפארט, און וואס מען טוט ווען עס גייט נישט.
אינעם הויפט־ארטיקל שרייט „שמעקעדיג“ א געוואלד אויף אונזער מצב הפרנסה: די שנאר־אקציעס, די הויכע לעבנס־סטאנדארטן, און וואס מען קען טון. אינעם שמועס פון דער וואך פרעגט מתתי' גראס צי ארבעטן איז א לכתחלה אדער א בדיעבד, און די ליינער פון „באלעבאס“ ענטפערן פון אלע זייטן.
„קרן עזר“ נעמט א פען און פאפיר און רעכנט אויס וויפיל א פרישטאג אין רעסטוראנט קאסט א גאנץ יאר – און די ליינער רעכענען צוריק. יוחנן שיף דערציילט ווי אזוי „קאדעק“, די פירמע וואס האט ערפונדן די דיזשיטעל קאמערע, איז אנגעקומען צו באנקראט. אן ארבעטער אין א געשעפט לאזט אונז הערן וואס ער טראכט ווען א קונה בעט א דיסקאונט, און א מוזיק־פירמע זוכט עצות ווי אזוי צו פארדינען אין א צייט ווען יעדער קאפירט. צום סוף גייט „זאלצוואסער“'ס חבר ירוחם יאזעפאוויטש זוכן א דזשאב.
אין די פערל: ווי אזוי מען שפארט געלט, א בריוו צו בעלי חובות, און א זייגער וואס רוקט זיך. אין „היינט מיט . . . יאר צוריק“: דער באס־סטרייק אין ניו יארק פון 2005, און א קלאג אויפן בארא פארק–וויליאמסבורג באס פון 2007.
אלע שטיקלעך זענען אויסגעקליבן און מגיה געווען; וואו מען האט פארקירצט, איז עס אנגעצייכנט. די פולע מקורות געפינט איר אויפן לעצטן בלאט.