
הקדמה
טייערע לייענער,
די וואך הייבן מיר אן א נייעם חומש – ספר שמות. „ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה“: די שבטים זענען נפטר געווארן, „ויקם מלך חדש“, און א פאלק פון גאסטן ווערט א פאלק פון שקלאפן. אבער אין דער זעלבער סדרה ווערט משה רבינו געבוירן, אויפגעצויגן אין פרעה'ס פאלאץ, און ביים סנה וואס ברענט און ווערט נישט פארברענט הערט ער: „שלח נא ביד תשלח“.
אין אונזער הויפט־ארטיקל לייענט „חכם-לב“ די ערשטע פסוקים פון ספר שמות מיט דעם רמב"ן, און ווייזט ווי פרעה פירט זיין פאלק טריט נאך טריט פון „הבה נתחכמה לו“ ביז „היאורה תשליכוהו“. אויף היידפארק האט מען אין תשס"ו געזוכט דעם נאמען פון יוכבד'ס מוטער, גערעכנט ווי אלט יוכבד איז געווען ביי מרים'ס געבורט, און פארציילט די מעשה פונעם מלך וואס האט געשיקט א מאלער צו משה רבינו. אין „תורה און וויסנשאפט“ גייען מיר מיט „ונבנתה העיר“ צו די ארכעאלאגישע געפינסן פון דער תקופה פון שעבוד מצרים: ציגל מיט שטרוי, א קנעכט־ליסטע, און אן ארבעטער־שטעטל וואס מען האט פארלאזט בחפזון.
מיט פרשת שמות הייבן אן די שובבי"ם־וואכן, און אסאך פרובירן צו זיין מעביר סדרה שנים מקרא ואחד תרגום. אין „הלכה למעשה“ קריגט מען זיך: יעדן טאג א ביסל, אדער אלעס אויף איינמאל פרייטאג? מארגן, כ"ב טבת, איז די יארצייט פון ר' מיכל'ע פון נתניה, און אין „אנשי שם“ פארציילן די שרייבער פון זיין צדקה, זיינע דרשות און זיינע חנוכה־ליכט. און אין „א שמייכל“ קומט א ישיבה־בחור אהיים פון אילת… דערצו קומען די פעסטע קאלומס: „יארצייטן פון דער וואך“, „פערל פון די ארכיוון“, „היינט מיט . . . יאר צוריק“ און „די תגובה פון דער וואך“.
ביי יעדן שטיק שטייט פון וועלכן ארכיוו עס קומט, דער ניק פונעם שרייבער, און ווען עס איז געשריבן געווארן. די ווערטער זענען זייערע; מיר האבן מגיה געווען דעם אויסלייג און די גראמאטיק, און וואו מיר האבן עפעס אויסגעלאזט, שטייט „[פארקירצט]“.
א גוט שבת, א גוט וואך, און א גוטן חודש – שבת מברכים חודש שבט!