
די אלטע היים: שטעטלעך, עמיגראציע, אייראפע פון אמאל
הקדמה
„די אלטע היים“ – אזוי האבן אונזערע זיידעס און באבעס גערופן די שטעטלעך און דערפלעך אין אונגארן, רומעניע, פוילן און ליטע, פון וואו זיי זענען געקומען. דער נומער איז געווידמעט יענער וועלט: ווי מען האט דארט געלעבט, ווי מען האט זיך געשידכט, ווי מען האט געהונגערט און געלאכט – און ווי די אלטע היים לעבט ווייטער אין אונזערע ווערטער, מנהגים און שפריכווערטער.
אינעם הויפט־ארטיקל מאלט „שבת אחים“, וואס שטאמט פון בוקאווינע, א בילד פון וויזניצער חסידים אינדערהיים: די ארימקייט, די לבושים, די אהבת ישראל – און א ליינער שטעלט זיך אנטקעגן. אינעם שמועס פון דער וואך פרעגט „חאצקל“ צי מיר שטאמען טאקע נאר פון אידן, און די ליינער ברענגען ספרים, ייחוס־בריוו און גענעטיק.
אין דער וויסנשאפט־קאלום פרעגט „יידל“ פארוואס אידן זענען אזוי קלוג, און די ליינער זוכן די תשובה אין די לענדער פון אמאל. „קאך_לעפל“ דערציילט ווי אזוי גענעראל גראנט האט אין דעצעמבער 1862 פארטריבן די אידן פון דריי שטאטן, און ווי די גזירה איז בטל געווארן אנפאנג יאנואר – פונקט מיט 164 יאר צוריק. דער פילאסאף שלמה מיימון דערציילט, אין „ליטוואק פון בודאפעסט“'ס איבערזעצונג, ווי מען האט אים אלס עלף־יעריג אינגל פארשידכט – צוויי מאל. „ברסלבער“ פירט אונז דורך די היסטאריע פון די קאווע־הייזער, און „זאלצוואסער“ פארגלייכט די באבע'ס ציגעלע אינדערהיים מיט אונזער פחד פאר שניי.
אין די פערל: א זיידע וועגן „חדש אסור“, חסידים וואס האבן צעבראכן דאס אייז צו גיין אין מקוה, און אלטע שפריכווערטער פון כעלעם ביז דער באן. אין „היינט מיט . . . יאר צוריק“: א מיטאס וועגן קעלט פון 2014, און א שיך־בענדל פון 2013.
אלע שטיקלעך זענען אויסגעקליבן און מגיה געווען; וואו מען האט פארקירצט, איז עס אנגעצייכנט. די פולע מקורות געפינט איר אויפן לעצטן בלאט.