אויסגעקליבן פון די אידישע ארכיוון · מגיה געווען · צוויי מאל א וואך
דער דעקל
נומער 24
מאנטאג, ג' שבט תשפ"ז · 11טן יאנואר 2027

געזונט: דאקטוירים, שפיטעלער, רפואה און מעדיצין

26 זייטן

הקדמה

„כי אני ה' רופאך“ – מיט די ווערטער ענדיגט זיך די מעשה פון מרה, און מיט זיי עפענען מיר א נומער וועגן א טעמע וואס יעדער האט צו טון מיט איר, צי ער וויל צי נישט: געזונט. דאקטוירים און שפיטעלער, רפואות און מעדיצין, און די פילע מיינונגען וואס אידן האבן דערוועגן אויף די פארומס.

אינעם הויפט־ארטיקל פרעגט „יידל“ צי נאטורליך איז טאקע געזונטער, און ווייזט מיט ביישפילן – פון ארסעניק אין וואסער ביז רויע מילך – אז די נאטור איז נישט אלעמאל אונזער בעסטער פריינט. אינעם שמועס פון דער וואך קריגן זיך די ליינער פון דער „היימישער קרעטשמע“ איבער רייכערן: די רויכערער פארטיידיגן זיך, די אנדערע קענען דעם רויך נישט אויסהאלטן, און איינער פרעגט צי ער מוז אויסלעשן דאס ציגארעטל איידער ער גיט א היטש.

„הערשי“ נעמט אונז מיט אויף א שפאציר דורך דער געשיכטע פון בלוטלאזן ביז צום היינטיגן בלוט־טעסט – אלעס אין דער פארעם פון „הלכות הקזת הדם“, מיט מליצות פון גמרא און ספרים. „פליקער“ דערציילט די געשיכטע פון דעם שווארצן טויט, די מגיפה וואס האט אינעם פערצנטן יארהונדערט אויסגעמעקט א גרויסן טייל פון אייראפע, וואס זי האט געמיינט פאר די אידן, און ווי אזוי א קינדער־ניגון האט זי פארגעדענקט.

„לייבל שטילער“ שרייבט וועגן די געפילן פון א קורצן באזוך אין שפיטאל. „וואלווי“ שרייבט א רעצענזיע אויף א בוך וועגן דעפרעסיע, און די ליינער שמועסן צי א בוך קען בכלל העלפן. צום סוף לאזט זיך הערן דער פורים־דאקטאר פון „זאלצוואסער“ מיט זיין דיאגנאז פון א „לינקן טאג“.

אין „היינט מיט . . . יאר צוריק“: א „דיבוק“ אין ירושלים פון 2010, און א שאלה וועגן קימפעטארין־היימען פון 2006. אין די פערל: דריי קורצע מעשהלעך פון דאקטאר און פאציענט.

אלע שטיקלעך זענען אויסגעקליבן און מגיה געווען; וואו מען האט פארקירצט, איז עס אנגעצייכנט. די פולע מקורות געפינט איר אויפן לעצטן בלאט.

אינהאלט און מקורות

הויפט־ארטיקל

איז נאטורליך געזונטער?

יידל
קאווע שטיבל · 5טן פעברואר 2013 · מקור
א שמועס פון דער וואך

די שעדליכקייט פון רויכערן

כיטוב03, קרעמער, התאחדות און אנדערע
היידפארק · 15טן–18טן נאוועמבער 2005 · מקור
וויסנשאפט · מעדיצין

בדמייך חיי: הלכות הקזת הדם

הערשי
קאווע שטיבל · 12טן יולי 2013 · מקור
היסטאריע · מגיפות

רינג א ראהנד אף רויזי

פליקער און אנדערע
קאווע שטיבל · 19טן–20סטן מערץ 2014 · מקור
איבערלעבונגען

שיריים פון מיין באזוך אין שפיטאל

לייבל שטילער
קאווע שטיבל · 27סטן דעצעמבער 2020 · מקור
קולטור · ביכער

א בוך וועגן דעפרעסיע

וואלווי, הקטן און mevakesh
קאווע שטיבל · 15טן נאוועמבער 2015 · מקור
הומאר

לינקע זייט סינדראם

זאלצוואסער
זאלצוואסער · 3טן מערץ 2013 · מקור
היסטאריע

היינט מיט . . . יאר צוריק

נערמאלער, אינגערמאן און חלילה_וחס
היידפארק · 11טן יאנואר 2010, 2006 · מקור
קורץ און שארף

פערל פון די ארכיוון

כרפס, שקד, דער דארפסמאן
קאווע שטיבל · מקור
די תגובה פון דער וואך

די תגובה פון דער וואך

natan101
היידפארק · 15טן נאוועמבער 2005 · מקור

לייענען דא

עפנט דעם PDF