
ביכער: ליינען, שרייבן, צייטונגען און דרוקערייען
הקדמה
„עשות ספרים הרבה אין קץ“ – האט שוין שלמה המלך געזאגט, און ווער עס איז אמאל אריין אין א ספרים געשעפט ערב יום טוב ווייסט אז ער איז גערעכט געווען. דער נומער איז געווידמעט דעם געדרוקטן ווארט: ביכער און ספרים, ליינער און שרייבער, צייטונגען און דרוקערייען.
אינעם הויפט־ארטיקל שטעלט זיך „shatz matz“ אוועק הינטער דער קאסע פון א ספרים געשעפט און באשרייבט די קונים: דעם חובב ספרים, דעם וואס דארף א גמרא, און דעם מתנה־קויפער. אינעם שמועס פון דער וואך קומט „יידל“ צוריק אין שטיבל און פרעגט: וואס ליינט איר? און באלד ליינט האלב שטיבל „1984“.
„לייביששרייבער“ רעכנט אויס ווי לאנג א ליינער האלט אויס ביי א לאנגן ארטיקל. די ליינער זוכן פון וואנען עס קומט דאס ווארט „פאשקעוויל“, און קומען אן ביז צו א שטיינערנער סטאטוע אין רוים. „פיש כאפער“ גייט ארויספרינטן פלענער פאר א וויכטיגער מיטינג און באגעגנט אין דרוקעריי א נייגעבאקענעם טאטע מיט א וואכנאכט־צעטל. „הוגה“ שרייבט א רעצענזיע אויף ארוועל'ס צוויי בארימטע ביכער, און צום סוף לערנט אונז „Ben Ami“ ווער עס איז א גוטער שרייבער.
אין די פערל: צוויי ערשטע שפראכן, א בלינדער וואס פירט, און א שורה פון א בוך. אין „היינט מיט . . . יאר צוריק“: א שטרייט צווישן בארא פארקער גראסעריס און די היימישע צייטונגען, און א רעצענזיע אויף חיים גראדע'ס „צמח אטלאס“. די תגובה פון דער וואך ווייזט ווי אזוי מען באשליסט ווי צו שרייבן א ווארט: מען ציילט רעזולטאטן.
אלע שטיקלעך זענען אויסגעקליבן און מגיה געווען; וואו מען האט פארקירצט, איז עס אנגעצייכנט. די פולע מקורות געפינט איר אויפן לעצטן בלאט.