
חינוך: חדר, ישיבה, מלמדים און תלמידים
הקדמה
„חנוך לנער על פי דרכו“ – אזוי האט שלמה המלך געזאגט, און אויף די פארומס האט מען זיך קיינמאל נישט אויפגעהערט צו דינגען וואס דאס מיינט. דער נומער איז געווידמעט א טעמע וואס יעדער פון אונז האט דורכגעמאכט אויף דער אייגענער הויט: חינוך. דער חדר און די ישיבה, דער מלמד און דער טאטע, דאס צוקערל און די טאשקע.
אינעם הויפט־ארטיקל פרעגט „ליטוואק פון בודאפעסט“ א שארפע קשיא: מיר גיבן קינדער פרייזן כדי זיי זאלן לערנען, און די פעדאגאגן זאגן אז דאס איז א טעות – ווער איז גערעכט? ער גייט צום רמב"ם און קומט ארויס מיט א סברא. אינעם שמועס פון דער וואך טענהט „יאיר“ אז דער גאנצער חינוך איז א מיטאס, און די ליינער ענטפערן אים – מיט ערנסט, מיט פסוקים און מיט א ביסל שפאס.
„פארוואס?“ עפנט דעם טויער צו מאטעמאטיק און ווייזט ווי אזוי מען געפינט דעם באהאלטענעם x. „שמעלקא'לע“ גייט נאך די היסטאריע פון די בחור'ישע גליונות, פון אמסטערדאם מיט דריי הונדערט יאר צוריק ביז וואלאזשין, וואו דער נצי"ב האט עס נישט דערלויבט. א קינדערגארטען־מלמד פירט אונז דורך זיין טאג אין חדר, און דערציילט וואס זיינע תלמידים האבן אים געענטפערט אויף דער פראגע: פארוואס ווילט איר זיין א טאטע? אינעם קולטור־ווינקל ווייזט זיך ארויס אז אפילו „קמץ אלף אָ“ איז נישט אזוי פשוט, און אין הומאר שטעלט „Yentash“ א מיליארד קשיות אויף „אברהמ'עלע מלמד ליגט אין שניי“.
אין די פערל: וואס ליגט אין דעם מלמד'ס טאשקע, א „האטליין“ פאר טאטעס, ווען מען שיקט א קינד אין חדר, און וויפיל פורים־געלט מען גיט דעם רבי'ן. אין „היינט מיט . . . יאר צוריק“: א „מלאך“ וואס גיט א קוואדער פאר א ציין, און א שבת מיטן ראש ישיבת לוצערן.
אלע שטיקלעך זענען אויסגעקליבן און מגיה געווען; וואו מען האט פארקירצט, איז עס אנגעצייכנט. די פולע מקורות געפינט איר אויפן לעצטן בלאט.