אויסגעקליבן פון די אידישע ארכיוון · מגיה געווען · צוויי מאל א וואך
דער דעקל
נומער 32
מאנטאג, א' אדר א' תשפ"ז · 8טן פעברואר 2027

הימל און שטערן: אסטראנאמיע, די לבנה, די זון און דער וועלטבוי

21 זייטן

הקדמה

„השמים מספרים כבוד א־ל“ – און די שרייבער אויף די פארומס האבן אויך געהאט וואס צו דערציילן. דער נומער איז געווידמעט דעם הימל: דער לבנה, דער זון, די שטערן און דעם ריזיגן וועלטבוי – און דעם, וואס א מענטש טראכט ווען ער הייבט אויף די אויגן.

אינעם הויפט־ארטיקל דערציילט „שמן למאור“ די מעשה פונעם באקאנטן בילד „דאס בלאסע בלויע פינטל“ – די ערד, געכאפט פון א ווייטקייט פון 3.7 ביליאן מייל – און ברענגט זיין פארהיימישטע איבערזעצונג פון קארל סעיגען׳ס ווערטער; אין א קעסטל פרעגט א ליינער וואס דער חידוש איז. אינעם שמועס פון דער וואך, דעם טאג נאך דעם ליקוי חמה פון 2024, פרעגט „שפילער“ פארוואס מען זעט דעם באשעפער דווקא ביי א ליקוי, און נישט יעדן אינדערפרי ווען די זון גייט אויף.

אין „וויסנשאפט“ פרעגט „ידען“ וואס מען האט געהאט פון פליען צו דער לבנה, און „מי אני“ דערקלערט פארוואס מיר זעען נאר איין זייט פון איר. אין „היסטאריע“ קוקן מיר צוריק אויף דעם אוונט ווען די ישראל׳דיגע שיף „בראשית“ איז אראפגעפאלן אויף דער לבנה – ווי דער פארום האט עס איבערגעלעבט. „דער גאלדענער אדלער“ איז געפארן הונדערטער מייל צום ליקוי פון 2017, און באשרייבט ווי די זון ווערט צוגעדעקט „ווי א שווארצע סענדוויטש קוקי“. „הציץ ונפגע“ רעצענזירט די נייע „קאסמאס“־סעריע, און צום סוף באריכט „קרעמער“ פון א קידוש לבנה אין „דערפל“.

אין די פערל: א לבנה וואס באהאלט זיך, א חסידיש ישוב אויפן מארס און א גוטער לץ. אין „היינט מיט . . . יאר צוריק“: זאלצוואסער׳ס עצות פאר שניי פון 2013, און א רעגנבויגן אן קאלירן פון 2024.

אלע שטיקלעך זענען אויסגעקליבן און מגיה געווען; וואו מען האט פארקירצט, איז עס אנגעצייכנט. די פולע מקורות געפינט איר אויפן לעצטן בלאט.

אינהאלט און מקורות

הויפט־ארטיקל

דאס בלאסע בלויע פינטל

שמן למאור
קאווע שטיבל · 3טן אויגוסט 2022 · מקור
א שמועס פון דער וואך

ליקוי החמה: וואס זעט מען דארט וואס מען זעט נישט יעדן טאג?

שפילער, היימלינד, אפטימיסטיש, berlbalaguleh און אנדערע
קאווע שטיבל · 9טן אפריל 2024 · מקור
וויסנשאפט · די לבנה

וואס האט מען געהאט פון פליען צו דער לבנה?

ידען, בונם, חאצקל, שמעקעדיג, געפילטע פיש, מי אני
קאווע שטיבל · 10טן יוני 2012 – 31סטן יאנואר 2020 · מקור
היסטאריע · געשען פאר אונזערע אויגן

דער טאג ווען „בראשית“ איז געפלויגן צו דער לבנה

ונבנתה העיר, קאך_לעפל, טאמבל סאס, וואלווי און אנדערע
קאווע שטיבל · 11טן–14טן אפריל 2019 · מקור
איבערלעבונגען

מיין בין־השמשות׳דיגער נאכמיטאג

דער גאלדענער אדלער, וואלווי, לולב הגזול
קאווע שטיבל · 21סטן–25סטן אויגוסט 2017 · מקור
קולטור · א רעצענזיע

א נייער „קאסמאס“

הציץ ונפגע
קאווע שטיבל · 19טן מערץ 2014 · מקור
הומאר · פון דער קרעטשמע

א גריס אייך פון דערפל: קידוש לבנה!

קרעמער
היידפארק · 6טן פעברואר 2006 · מקור
קורץ און שארף

פערל פון די ארכיוון

נ נח, חאצקל, מתבודד און אנדערע
קאווע שטיבל
היסטאריע

היינט מיט . . . יאר צוריק

zaltzvaser, סוף טוב הכל טוב און אנדערע
זאלצוואסער, קאווע שטיבל · 8טן פעברואר 2013, 2024
קאלום

די תגובה פון דער וואך

וואלווי
קאווע שטיבל · 10טן אפריל 2024 · מקור

לייענען דא

עפנט דעם PDF