
שכנים און שטאט: וואוינונגען, געסלעך, שכנות און קהילה־לעבן
הקדמה
„וטוב שכן קרוב מאח רחוק“, זאגט שלמה המלך. ווער עס וואוינט אין א שטאט ווייסט אבער, אז א שכן קען זיין א ברכה, און א שכן קען זיין . . . א נסיון. דער נומער איז געווידמעט די שכנים און דער שטאט: די הייזער און די געסלעך, די דירות און די פארקינג־פלעצער.
אינעם הויפט־ארטיקל רעכנט „פליקער“ אויס ווי אזוי די טעקס־בילס וועלן ארויסטרייבן די איינוואוינער פון וויליאמסבורג. אינעם שמועס פון דער וואך קעמפן שכנים אין בארא פארק קעגן א בנין פון צען שטאק, און דער עולם קריגט זיך צי זיי זענען גערעכט. „שמעקעדיג“ פירט אונז אויף דעם נייעם „טאפאן זי“ בריק, און „לייביששרייבער“ דערציילט ווי ווארשע איז געווארן א שטאט, מיט הייזער אזוי ענג אז שכנים האבן געשמועסט פון פענסטער צו פענסטער.
א בעל הבית שרייבט א בריוועלע צו די ישיבה בחורים אין זיין בית המדרש בין הזמנים; „שמואל הלוי“ באזוכט „האט בייגעלס“, דעם בארא פארקער געשעפט וואס איז אפן טאג און נאכט; און „יענטאאש“ שרייבט א בריוו צו זיין שכן אין שול. אין די פערל און אין „היינט מיט . . . יאר צוריק“: א האמער אין דער סוכה, א פארקינג־שילד וואס וואנדערט, און א רייזע צו א פלאנעט וואו אלעס איז פארקערט.
אלע שטיקלעך זענען אויסגעקליבן און מגיה געווען; וואו מען האט פארקירצט, איז עס אנגעצייכנט. די פולע מקורות געפינט איר אויפן לעצטן בלאט.