
ווינטער: „ווען דער ווינטער קלאפט אן“
הקדמה
א גוטן מאנטאג, טייערע לייענער!
נעכטן האט מען אין אמעריקע צוריקגעדרייט די זייגערס (אין אייראפע א וואך פריער), און מיט אמאל ווערט פינצטער גלייך נאך מנחה. דער ווינטער קלאפט אן אין טיר, און דערפאר האט דער צווייטער וועלטליכער נומער פון „ארכיוו“ א פאסיגע טעמע: ווינטער.
מיר הייבן אן מיט אן אלטן בלאג פון וויליאמסבורג: פעברואר 2007, דער ערשטער שניי פאלט ענדליך, און דער שרייבער פון „נאטורליך גערעדט“ גייט ארום מיט אן אפן אויג. דערנאך ערקלערט „דיכטער“ פארוואס עס איז קאלט אין ווינטער, כאטש די וועלט איז דעמאלט דווקא נענטער צו דער זון. „jewboy“ פארט פון מאנטריאל אהיים אויף א פארשנייטן הייוועי, און די נסיעה ווערט א מעשה פון בין חיים למוות. „דולה ומשקה“ פירט אונז צוריק אין א שטעטל פון אמאל, מיטן אויוון, דעם ברונעם און די שליטנס.
אויף קאווע שטיבל פרעגט מען די אייביגע שאלה: וואס איז בעסער, ווינטער צי זומער? „מאטי“ האט איבערגעזעצט אויף אידיש ביאליק'ס ליד „אל הציפור“, און „זאלצוואסער“ ערקלערט אויף זיין אופן פארוואס מען שיט זאלץ אויף שניי. דערצו: פערל פון די ארכיוון, „היינט מיט . . . יאר צוריק“ (דער ניו יארקער מאראטאן נאך „סענדי“, און נח'ס תיבה), און די תגובה פון דער וואך – פון כעלעם.
אלע שטיקער זענען אויסגעקליבן פון די ארכיוון און מגיה געווען לויט די כללים פון אויסלייג און גראמאטיק. דער טעקסט איז געבליבן ווי די שרייבער האבן אים געשריבן, אויסער די תיקונים וואס די כללים פאדערן; וואו מיר האבן עפעס אויסגעלאזט, שטייט [פארקירצט]. א ווארעמען ווינטער!