
הקדמה
טייערע לייענער,
פרשת ויצא הייבט זיך אן מיט א מענטש אליין אויפן וועג. יעקב אבינו גייט ארויס פון באר שבע, די זון גייט אונטער, ער לייגט זיך אוועק אויף א שטיין – און חלומט פון א סולם וואס שטייט אויף דער ערד און וואס זיין שפיץ דערגרייכט דעם הימל. דער נומער גייט מיט אים.
דער הויפט־ארטיקל, „מיט א טיפערן בליק“, פרעגט פארוואס יעקב, וואס האט אריבערגעטראגן אזויפיל צרות מיט רואיגקייט, האט זיך נאר צוויי מאל אויפגערעגט – אויף רחל און אויף לבן – און ענטפערט מיט א משל פון א יונגן באס־דרייווער וואס האט געוואלט פארן אויף זיין אייגענעם וועג. אין „שמועסן אויף דער סדרה“ פרעגט קרעמער אויף דער היימישער קרעטשמע וואס זענען געווען די סימנים וואס יעקב האט אפגעשמועסט מיט רחל. און לכבוד „עשר אעשרנו לך“ טענהן זיך די חברים פון היידפארק איבער מעשר געלט: פון חתונה־געלט, פון א שווער'ס מתנה און פון א מי שברך.
„נהורא נפישא“ שרייבט וועגן חלומות – פון דער גמרא אין ברכות ביזן רמב"ם און פרויד. צום יארצייט פונעם שטיפענעשטער צדיק, י"ד כסלו, ברענגען מיר א פרק פון „חקרן“'ס סעריע איבער דעם רבי'ן פון ליעווע: די פטירה פון ר' מנחם נחום, און וואס עס איז געשען אין שטוב פון זיין ברודער גלייך דערנאך. און פאר א שמייכל דערמאנט זיך „פליקער“ אין די סולמ'ס וואס מען האט אמאל געמאלן און געביטן אין חדר יעדע פרשת ויצא.
ווי שטענדיג: היינט מיט . . . יאר צוריק, די יארצייטן פון דער וואך, פערל פון די ארכיוון און די תגובה פון דער וואך. אלע שטיקלעך זענען אויסגעקליבן און מגיה געווען; די פולע מקורות געפינט איר אויף דער לעצטער זייט.
א גוטן שבת!